ברוך־הבאָ אין די הודינגער ביבליאָטעקן

כּדי צו באָרגן ביכער בײַ די הודינגער ביבליאָטעקן מוז מען האָבן אַ ביבליאָטעק־קאַרטל און אַ פּין־נומער. דאָס קאַרטל איז בחינם און מען קען עס ניצן אין אַלע אונדזערע ביבליאָטעקן. מיטן קאַרטל קען מען למשל באָרגן ביכער, פֿילמען, זשורנאַלן און דיגיטאַלישע ביכער. צו באָרגן עפּעס פֿון אַ ביבליאָטעק איז בחינם.

כּדי צו קריגן אַ ביבליאָטעק־קאַרטל מוז מען זיך קדום־כּל רעגיסטרירן בײַ אונדז. מע רעגיסטרירט זיך דורך אַ פֿאָרמולאַר אויף אונדזער װעבזײַטל אָדער אין אַ ביבליאָטעק. מע מוז מיטברענגען זײַן לעגיטימאַציע װען מען קריגט דאָס ביבליאָטעק־קאַרטל.

ביכער און זשורנאַלן אויף אַ סך שפּראַכן

בײַ די הודינגער ביבליאָטעקן קען מען געפֿינען ביכער און זשורנאַלן אויף אַ סך פֿאַרשײדענע שפּראַכן. מע קען לײענען דיגיטאַלישע צײטונגען אויף אונדזער װעבזײַטל דורך "פּרעס־רידער".

טאָמער, װיל מען זיך לערנען מער שװעדיש, זענען עס דאָ לײַכטע ביכער און שפּראַכ־קורסן. דער פּערסאָנאַל בײַ דער ביבליאָטעק װעט אײַך גערן העלפֿן צו געפֿינען דאָס װאָס איר זוכט.

קאָמפּיוטערס און װײַ־פֿײַ

עס זענען דאָ קאָמפּיוטערס און װײַ־פֿײַ אין יעדער ביבליאָטעק פֿאַר זײ מיט אַ ביבליאָטעק־קאַרטל צו ניצן.

באָרגן און רעזערװירן

װי לאַנג קען מען עפּעס באָרגן?

מע טאָר געװײנטלעך עפּעס באָרגן אין משך פֿון פֿיר װאָכן, אָבער עס זענען דאָ אויסנעמען. מע טאָר למשל ניט באָרגן פֿילמען און געװיזע פּאָפּולערע ביכער אַזוי לאַנג. װען מען באָרגט עפּעס, קריגט מען אַ קװיטל װוּ מע קען זען װען מען זען דעם טערמין.

װאָס װעט געשען אויב מען גיט דאָס בוך צוריק צו שפּעט?

אויב אַזוי, מוז מען צאָלן אַן אָפּצאָל. די סומע איז אָפּהענגיק פֿון װאָס פֿאַר אַ מין זאַך מע האָט געבאָרגט און װי שפּעט מע האָט עס צוריקגעגעבן.

קען מען פֿאַרלענגערן דעם טערמין פֿון אַ באָרג?

מע קען יאָ פֿאַרלענגערן דעם טערמין דורכן אַרײַנלאָגירן אין אונדזער װעבזײַטל מיטן ביבליאָטעק־קאַרטל און פּין־נומער, אָדער דורכן טעלעפֿאָנירן אַ ביבליאָטעק. מע קען פֿאַרלענגערן דעם טערמין פֿונעם רובֿ מינים באָרגן צװײ מאָל, אָבער, עס זענען דאָ אויסנעמען. מע טאָר למשל ניט פֿאַרלענגערן דעם טערמין װען ס'האַנדלט זיך װעגן פֿילמען און ביכער מיט אַ רײ.

קען איך שטעלן זיך אין רײ װען עמעצער האָט שוין געבאָרגט אַ בוך?

יאָ, דאָס איז מעגלעך. בײַ די הודינגער ביבליאָטעקן קען מען זיך בחינם שטעלן אין דער רײ כּדי צו װאַרטן אויף אײן אָדער עטלעכע ביכער.

קען איך באַשטעלן ביכער פֿון ביבליאָטעקן מחוץ הודינגע?

יאָ, דאָס איז מעגלעך. ס'קאָסט 10 קרוינען צו באַשטעלן ביכער פֿון ביבליאָטעקן מחוץ דער הודינגער קאָמונע.

אַנדערע װיכטיקע באָרגן־כּללים:

  • װען מען איז אונטער 18 יאָר מוז דער טאַטע אָדער די מאַמע אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך כּדי מע זאָל קענען קריגן אַ ביבליאָטעק־קאַרטל.
  • מע טראָגט אַלײן דאָס אַחריות פֿאַר אַלע געבאָרגטע ביכער אויפֿן קאַרטל.
  • די עלטערן טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר ביכער געבאָרגט פֿון קינדער.
  • מע קען צוריקגעבן ביכער צו אַלע אונדזערע ביבליאָטעקן.
  • מע טראָגט דאָס אַחריות צו צוריקגעבן ביכער צו דער צײַט.
  • װען מען גיט צוריק אַ בוך צו שפּעט, מוז מען צאָלן אַן אָפּצאָל
  • קינדער אונטער 18 יאָר צאָלן ניט קײן אָפּצאָל.
  • װען מען גיט ניט צוריק אַ בוך, שיק די ביבליאָטעק דיר צו אַ חשבון.
  • טאָמער, גיט מען ציריק דאָס פֿאַרשפּעטע בוך, מוז מען ניט צאָלן דעם חשבון. אָבער, מע מוז יאָ צאָלן דעם אָפּצאָל.
  • טאָמער, צעשטערט מען דאָס בוך װאָס מע האָט געבאָרגט, מוז מען צאָלן פֿאַר דעם.
  • טאָמער, צאָלט מען פֿאַר אַ בוך װאָס איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, קען מען ניט צוריקקריגן דאָס געלט אויב מען שפּעטער האָט דאָס בוך געפֿונען.
  • טאָמער, האָט מען אַ חובֿ פֿון מער װי 100 קרוינען, קען מען ניט מער באָרגן אָדער שטעלן זיך אין רײ צו באָרגן ביכער. װען מע האָט באַצאָלט דעם חובֿ, קען מען װידער באָרגן און שטעלן זיך אין רײ צו באָרגן ביכער.

Sök

Språk